אלטע ווייטאג

בס"ד

מיין (איינציגסטע) צוקריגטע חבר

זיצנדיג איינע פון די נעכט אליין אין מיין אפיס, האב איך מיך אנגעהויבן דערמאנען, אין די אלטע גוטע צייטן, איי זענען זיי געווען גוטע טעג, דעמאלטס ווען כ'בין זארגלאז געזעצן אין ישיבה און פארברענגט מיינע טעג מיט חברים, לאכנדיג פון זאכן וואס אונז האמיר נאכנישט משיג געווען, נישט חלומנ'דיג אז ס'גייט נאך קומען א טאג וואס דאס גייט זיין אונזער אייגענע דאגות, און דאן וועלן די דעמאלטס'דיגע בחורים אונז נעמען אויפן צימבל.

הכלל, אזוי דורכלויפנדיג מיינע מחשבות, דערמאן איך מיך אין אזויפיל גוטע צייטן, און אויך אין אסאך בעסערע צייטן, אבער איין מחשבה האלט מיר אין איין ארויף שווימען, און די מער כ'פראביר עס צו פארשטילן, די מער שרייט ער, און שטורעמט ער, ער האלט מיר אין איין צוריק ברענגן צו א פלאץ וואס כ'וויל פון דארט אנטלויפן ווי פון פייער, און איר ארויסרייסן פון אלע היסטאריע ביכער, אז איך זאל ווען שולט זיין אויף די מלאך פון שכחה, וואלט דאס זיכער געווען מיין ערשטע אויפטוה צו פארמעקן די פיי"ל פונעם ציבור.

כ'גלייב עטס מיינטס אז ס'קומט דא עפעס א גוטע לשון הרע אדער זיינס גלייכן, אז כ'וויל אזוי פארגעסן, אבער כ'מוז ענק זאגן אז ניין, די אלע ארומיגע וואס האבן אביסל מיטגעהאלטן, (כ'האב געשריבן אביסל פאר א סיבה), האבן פעסט הנאה געהאט, אדער אפי' מיטגעשפילט מיט די גאנצע מעשה, אפשר נאר אפשר איז יא דא איין צוויי וואס האבן מיטגעהאלטן אביסל מער, זיי פארשטייען מיך מער, און זענען מיט מיר, אבער כאפ נישט קיין הייסע לאקשן, לאמיר גיין טריט ביי טריט, און דערנאך וועט מען אי"ה הערן וואס עטס האלטס דערויף.

איז אזוי, א קורצע הקדמה צו פארשטיין מער די מעשה, וועל איך ענק קודם אראפגעבן מיין קערעקטע"ר, און דערנאך אביסל די מצב ארום, וועט עטס האפנטליך בעסער פארשטיין.

(מינדערוויכטיגע אבער סטראטעגישע פרטים געטוישט צוליב גילוי)

אני הקטן האב זוכה געווען געבוירן צו ווערן צו א רעלאטיוו קליינעע פאמיליע, אין אונזער היימישע ברוקלין, מער צו די יונגערע זייט פון די פאמיליע, איז אויס געקומען, אז מיינע עלטערן זענען קע"ה אן ערך פון מער ווי 35 יאר עלטער פון מיר, אויף לאנגע געזונטע יארן, וואס דאס אליין געט צו צו די גאנצע קערקטע"ר, הן לטב והן למוטב, זייענדיג גערוקט אזויפיל יאר, קומט אפט אויס אז מ'טענה'ט זיך אויף זאכן גאנץ היציג, פשוט לעבנדיג אין אנדערע דורות אינגאנצן, אבער ב"ה כ'בין יעצט, און כקבין אלעמאל געווען זייער זייער נאנט מיט מיינע עלטערן, און קיינמאל איז קיין פירוד צווישן אונז נישט געווען, אבער ס'האט יא געשטעלט גאר אן אנדערע (און אין א געוויסן זין נענטערע) באציאונג צווישן אונז.

זייענדיג פון נאטור אויס אביסל א סענסעטיווע נאטור, און לערנענדיג אין מיינע יוגנט יארן אין א מוסד, וואס איז געווען אנדערש - אין די שיטה - פון וואס כ'האב געזעהן און געוואוסט פונדערהיים, איז מיר עס היפש ווער געווען אין אנהויב, אבער אריינטרעטנדיג מער אין די ישיבה יארן (האפנטליך נאך אן עקסטערע באשרייבונג דערויף), האב איך ב"ה מער און מער אויסגעריבן, און גאר געווארן פון די רייבערס, ווי מ'זאגט מער מיט מח ווי מיט כח, א געשליפן צינגל פארמאג איך, און נישט גענוג א שטארקע כח המעצר, אויף וואס כ'קען טיילמאל חרטה האבן שפעטער, אבער מער ווייניגער האבן מיינע חברים און ארומיגע זיך צוגעוואוינט צו מיין שפראך, זייענדיג נאטוררליך א שטיקל אנדרייער און עסקן מיט איבריגע ענערגיע, און אלעמאל זייענדיג גרייט צו טוען צו די זאך, מיין איך אז כ'האב ערווארבן א נאמען ווי א שטיקל אויבנאן פיגור, און דייקא א פריינטליכער מיט יעדעם, דער וואס איז גוט אפי' מיט בחורים פון 5 כיתות יונגער ווי מיר.

און די אלע פאקטן צוזאם האבן מיך אריינגעלייגט אין דעם, נישט קענענדיג דערליידן גאר שטילע מענטשן, וואס שפארן זייער קול (און טאלאנטן), און נישט האבנדיג די נאטורליכע בושה פון נייע בחורים אין ישיבה, (הגם אין די פרעמד בין איך א שטערבליכע ביישן), פלעג איך פירן א מערכה מיט די בחורים וואס מ'הערט ניטאמאל זייער גוט מארגן, אז כאטש איינמאל אין עטליכע טעג מוז איך הערן פון זיי א גוט מארגן, אדער גוטע נאכט, און וואונדער איבער וואונדער אז ביי יעדעם האט עס געהאלפן, אז עכ"פ צו מיך האבן זיי גערעדט דא דארט.

ביז יענע יאר, ווען ס'זענען אריינגעקומען א גאנצע נייע כיתה, און די עלטערע כיתה האט אויך צובאקומען עטליכע נייע מעמבערס, יעצט וויבאלד איך האב שוין באמת נישט באלאנגט אין ישיבה, זייענדיג פון די זקני שארית עמך, און ארויסהעלפנדיג געוויסע ארגונים, האב מיך דאך נישט געהעריג אריינגעפאסט ממש אין די סביבה, (נעמטס נישט ארויס פון דעם אז כ'בין געווען אן אלטע בחור אין קאפ), ממילא האב איך מיר שטארק באפריינדעט ביי די יונגערע עולם אין ישיבה.

איינע פון די נייע בחורים וואס זענען אריינגעקומען יענע יאר, איז געווען זייער א שטילער, איז וויפיל כ'האב פראבירט צו אים צו רעדן איז עס נישט געגאנגען, נישט קיין חי' וויפיל כ'האב פראבירט איז עס נישט געגאנגען, מיט גוטנס און מיט בעסערענס, אינמיטן א שמועס, צו א גוט מארגן, און  מ'קען מאריך זיין נאך 100 משלים וויאזוי כ'האב אים געוואלט מאכן רעדן, ולא עלתה בידי, ביז איין טאג האמיר גערעדט מיט אפאר חברים, און איינע פון די טעמעס איז געווען די נושא אז כ'גלייך זייער נישט ווען ס'דא א בחור מיט וועם כ'קען נישט אויסטוישן קיין ווארט, איז איינע פון די חברים דארט ביים שמועס, איז פון די סארט וואס איז גוט מיט יעדעם, און האט  נישט קיין פראבלעם אריינצוקומען שיעף ווי מ'רופט עס, האט ער געגעבן א רוף צו יענעם בחור, און ער זאגט אים אזוי אריין בפני, אז איך האב געזאגט, אז כ'קען אים נישט מאכן רעדן, און כ'געמיר נישט קיין עצה מיט אים, "ער וויל שטארק רעדן צו דיר" זאגט ער אים, נו וואס האב איך נאך צו ענטפערן אזא צייט?!?

אזוי אז ער שוין ממילא געמוזט אנהייבן רעדן צו מיר, פלעגט ער מיך רופן דא דארט, ווען זיין חברותא איז ארויס און ער האט געזוכט מיט וועם צו לערנען אפאר מינוט, אדער סתם ווען ער האט געוואלט ענדיגן א סדר וואס ער האט געלערנט פריוואט, אלס אן עלטערער גלייך איך ווען מ'רופט מיר צו לערנען א ווילד פרעמדע נושא, און כ'קען ארויס העלפן דערמיט, ממילא איז עס געווען א בחינה פון זה נהנה וזה נהנה, און אויטאמאטיש האמיר אנגעהויבן אמאל שמועסן סתם אזוי מער און מער.

פאר בין הזמנים, אז כ'האב ממילא גענומען חברותות וואס זענען יונגער ווי מיך, האב איך ליב געהאט צו נעמען די חברותות מיט וועם כ'לערן א גאנצע זמן, איז ער געווען אויף די ליסטע, און ער האט מסכים געווען, צו מיין שמחה איז נישט געווען קיין גרעניץ, ווען ער האט מיר געזאגט אז ער איז מסכים צו לערנען א געוויסע סוגיא אין שו"ע וואס איך וואלט שטארק געוואלט קענען, און כ'האב שוין אריינגעלייגט אין דעם א שיינע פאר שעה, במשך די פארגאנגענע יארן, כ'האב שוין אנגעהויבן לערנען די נושא 4 מאל, מיט 3 אנדערע חברותות, און אפי' איינמאל אליין, ס'האט מיר געקאסט בלוט און שווייס, נישט קיין לייכטע נושא אין שו"ע בכלל, איבערהויפט יו"ד וואס איז ווילד פרעמד פאר מענטשן אין מיין יארגאנג עפי"ר, און ס'איז נישטא קיין סאך וועם צו פרעגן באמת מיט א קלארקייט, כ'האב געמוזט אליין איבערקומען רוב שוועריקייטן וואס ס'ברענגט מיט מיט זיך, און כ'האב מיר שוין מייאש געווען פון די נושא מער ווייניגער, איז זעלבסט פארשטענדליך די שמחה וואס כ'האב געהאט ווען ער האט מיר געזאגט אז ער קען באשטיין דאס צו לערנען.

הכלל, האמיר טאקע אנגעהויבן לערנען בין הזמנים, אבער ס'איז נישט געהעריג געגאנגען, ספעציעל אז מיר וואוינען נישט אינעם זעלבן שטאט, און אונז האבן געלערנט אויפן טעלעפאון, ס'האט אבער אזויפיל אויפגעטוען אז אנהייב זמן ווען מ'האמיר זיך צוריק געטראפן, האמיר זיך ביידע געפילט שלעכט, און לכבוד דעם האמיר זיך באמת אריינגעווארפן אין די נושא מיטן גאנצן אייפער, מיטן פולסטן ברען און פלייס, און אזוי איז עס געגאנגען ביז די זומער, צוויי טאג יא, איין טאג נישט, און כ'האב מיר געטראפן מער ווייניגער זיין א רבי ווי א חברותא, ווייל כ'האב געדארפט מסביר זיין, און שלעפן יעדן טאג, און אויך צוריק ברענגן די פאקעסירונג אפאר אמאל א טאג, אבער כ'האב מיך נישט אפגערעדט, ווייל סוף כל סוף וויל איך דאך דעם לימוד, כ'בין גרייט צו שוויצן דערויף, (אזוי האב איך צוגעזעהן ביי מיין חשובע טאטע שליט"א וואס לערנט שוין פאר איבער 40 יאר זייט זיין חתונה ב"ה אויף לאנגע געזונטע יארן).

ממש פאר די זומער איז מיין חברותא א חתן געווארן בשטומ"צ, אבער ס'האט באמת נישט אפעקטירט אונזער לערנען, פארקערט לערך דעמאלטס האט מען אנגעהויבן לערנען זאכן וואס איך האב ביז דאן נישט געקענט, ממילא האב איך מיך מער אריינגעווארפן דערין מיטן לייב און לעבן, און מער אינטערעסירט, און נאך מער, אז זייענדיג עלטער ווי מיין חברותא מיט אפאר יאר, איז מיר כסדר אויסגעקומען צו געבן פון מיר, סיי כ'פלעג מיר קויפן אן אייזקרים ביים לערנען, האב איך אים אויך געקויפט, ווי אויך האט ער געגעבן מיין פאון נאמבער פאר אלע זיינע חברים, און ווען זיי האבן אים געזוכט פלעגן זיי מיך רופן אדער טעקסטן, און זיי פלעגן אים שיקן בילדער, הכלל ער איז געווען א געהעריגע שותף אין מיין פאון אין די זומער, (זייענדיג עלטער און א שטיקל עסקן איז געווען מותר מטעם ההנהלה), פארשטייט זיך אז אים שלעפן איז געווען שווערער, סיי ווייל אין די זומער איז מער מניעות, און אויך ווייל מ'איז אויסגעשפרייט אויף א גרעסערע שטח, אבער דאס האט מיך ב"ה נישט אפגעהאלטן.

פארשטייך זיך אליין אז מיט די צייט זעמיר ב"ה געווארן נישט נאר חברותות, נאר נאנטע חברים סתם אזוי, מ'האמיר אסאך פארברענגט צוזאמען, און זיך אפי' ערלויבט אמאל אמאל צו וויצלען איינער אויפן צווייטנ'ס חשבון.

איינע פון די טעג איז אויסגעקומען אז אינמיטן א טענה'ריי האביך מיך אנגערופן עפעס אזויווי, "פארוואס דארף איך זיין דער וואס שלעפט אייביג צום לערנען", כ'געדענק נישט פונקטליך אלע טענות ומענות אהין און צוריק, אבער דער סוף דבר איז געווען, אז מהיום והלאה וועט ער זיין דער וואס שלעפט צום לערנען, סיי אים און סיי מיך וועט ער שלעפן, אבער זעלבסטפארשטענדליך אז דאס האט אנגעהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים, ער פלעגט קומען שפעט, מיך האט ער גראדע נישט געדארפט שלעפן, אבער איך פלעג אים נישט שלעפן.

איך האב מיך פיין גערעגט אויף אים, אבער שוין, דאס אליין וואלט נאך געקענט דורכגיין, נאר כ'האב אנגעהויבן פילן מחמת איזה סיבה שהוא, אז ער מיינט עס נישט גענוג ערנסט, און ער לייגט נישט אריין גענוג השתדלות, אדער ווי כ'פלעג אים זאגן "Minimum effort", און ס'האט מיר אנגעהויבן צוצוטרעטן צום הארץ אביסל, ווייל איך מצידי פלעג אסאך אוועקגעבן פון מיך פאר דעם סדר, וואס איז מיר געווען פערזענדליך נאנט צום הארץ, משא"כ אים האב איך געפילט ווי ער טוט מיר א גאנצע טובה, וואס ס'פלעגט מיך מער רעגן איז, אז ער האט געהאט נאך א חברותא, פון זיין פאריגן גילגול, וואס כ'האב פא"ר סא"ם א"ד ריזע"ן געפילט אז מיט אים לייגט ער יא אריין מער יגיעה און אינטערעס, ס'פלעגט מיר היפש דערקוטשענען אסאך מאל זיינע נארישקייטן, וואס כ'האב נאכנישט באגריפן ווי ווייט ס'גייט גיין, כ'קען אפי' נישט אויסרעכענען קיין משלים, ווייל כ'קען פון דעם אליין שרייבן צוויי דריי מגילות.

כ'וועל אבער יא שרייבן צוויי מעשיות, איינס איז געווען צווישן זומער און ישיבה זמן, ווען מ'האמיר יענע פאר טעג געלערנט מריחוק המקום, איז אויסגעקומען אז מוצאי שבת האמיר אויך געפלאנט אריינצולייגן א שעה, כדי צו ענדיגן ביז ווי מ'האמיר אפגעמאכט אז דארט מוז מען אנקומען, ביז ביידע זעמיר גרייט געווען איז שוין געווארן היפש שפעט, ענדליך זעץ מיר זיך לערנען אין מזל'דיגע שעה, נאך בערך א האלבע שעה לערנען זאגט ער מיר אז ער האט א בי"פ, הארצן גערן, נאך א מינוט קומט ער צוריק מיט אזא פראגע, היות אז זיין אנדערע חברותא וויל יעצט לערנען, און ער וועט שפעטער נישט קענען, וויל ער וויסן אויב ער קען גיין צו אים, און ער וועט מיך צוריק רופן ווען זיי ווערן פארטיג, וואס וואלט איר געזאגט? נארמאל וואלט ער געכאפט אין קאפ פון מיר, אבער וועלנדיג זיין לויז, האב איך מסכים געווען, מיטן פלאן אז איך דערווייל אנרעכטן סעודת דוד מלכא משיחא, אינמיטן פרעגט מיר מיין פאטער שליט"א, שוין געענדיגט די שעה לערנען? האב איך אים דערציילט די גענצא מעשה, נעמט ער זיך לאכן פון מיך, "דו רעדסט זיך איין ער גייט דיך צוריק רופן?" און איך ענטפער אים נאך "יא, ער מיינט עס גענוג ערנסט, ער האלט באמת דערביי", נו וואס מיינט עטס ווער איז געווען גערעכט?!? זיכער מיין טאטע שליט"א, און ס'האט מיך זייער געבאדערט די פאקט אז כ'האב מיך איינגערעדט אז ער מיינט עס אמת'דיג, און זעה איך פונקטליך ווי שטארק אמת'דיג ער מיינט עס.

נאך א גוטע מעשה, איינע פון די ליל שישי'ס אין די זומער, זעמיר געגאנגען לערנען אין איינע פון די בתי מדרשים אין קעמפ, - צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ - מ'האט אונז ארויס געשיקט, און געהייסן אלע חברותות גיין שלאפן, איך אבער האב נאך אפאר קריגערייען זיך געשאפט פראטעקציע, און געגאנגען רופן מיין חברותא, נאר צו באקומען פון אים דעם תי' אז "נעע, יעצט האב איך שוין נישט קיין נערוון", דאס קומט נאכדעם וואס כ'האב מיר צונער געמאכט ביי די בהערדע אז זיי זאלן מיך לאזן בסוד סודות ארויס גנב'ענען מיין חברותא, און כ'האב נאך געהאט א שטיקל שווערע נאכט ביפאר אויך, ס'האט גוט אויסגעקלאפט אויף מיר, אזש כ'האב אראפגעקנאקט די שו"ע אויפן טיש, און אפגעיאגט ווי א הערש אנטלויפט אין וואלד (קרעדיט ר' יו"ט עהרליך ע"ה), כ'בין היפש לאנג געזיצן אזוי אין די טונקל און גוט געוויינט, (מיט טרערן), ס'הא מיר גענומען בערך פיר פינף שעה, ביז כ'בין צוריק געקומען צו מיין געהעריגע מוט, און געקענט אנגיין ווייטער מיט די סדר הלילה, אויך נאר נאכן באקומען חי' מעבר לים פון א נאנטע חבר מיינער, וואס איז אדורך די יארן אביסל.

פון דא און ווייטער האבן זיך זאכן אנגעהויבן מער און מער פארהאנקענען, ער האט געקענט קאט"ן א טאג, ווייל ער האט א חבר'ס תנאים, אדער סתם ווייל ער דארף זיך אויסלופטערן, דא דארט איז ער נישט אנגעקומען זונטאג, ווייל ס'איז קוים אנפאנג וואך, א.א.וו., כ'דארף ענק זאגן תירוצים פארוואס נישט צו לערנען?!?

אין איינע פון די טעג צוריק צו שטעלן סדר ביינונז, נאך עפעס א רייבעריי, האב איך אים געזאגט אז כ'בין גרייט אנצוהייבן נאכאיינמאל צו פראבירן לערנען מיט אים, אבער ער זאל אינאכט נעמען דאס פאלגענדע: 1- אויב מ'סטא"פ מיר אינמיטן, לערן איך מער קיינמאל נישט דער נושא, פשוט ווייל ס'גייט מיר ארויפברענגען צופיל ווייטאג, והשנית איז אז אויב דו חברותא'שאפט האקט זיך אפ, האק איך אפ פון אים פאר אייביג, אויך פאר די זעלבע סיבה, ווייל יעדעס מאל כ'וועל רעדן צו אים וועל איך מיך שפירן אין הארץ די אלע ווייטאג אויף אים, ווי אויך די חלק אז ער האט מיך גוט געפירט ביי די נאז די גאנצע צייט.

געזאגט האט ער אז ער איז מסכים צוריק אנצוהייבן מיטן גאנצן קנאק, און מ'האמיר טאקע צוריק אנגעהויבן, אבער עפעס נאך א טאג צוויי דריי האט ער עפעס נישט געוואלט קומען איין טאג, ער האט מיר געזאגט אז ער קען נישט קומען היינטף אבער מיין געפיל האט עפעס אנדערש געזאגט, האב איך מיך נישט געפוילט און געשיקט א שליח, זאל אים אנרופן און אזוי בדרך לא דרך געוואר ווערן וואס זיין פלאן איז, און פארשטייט זיך אז ס'איז באשטעטיגט געווארן די חלק אז ער פלאנט מער נישט צו קומען צו מיך לערנען בכלל, דאס איז שוין געווען ט"ו מאט"ש און כ'האב אים געלאזט א מעסעד"ז אז ער זאל פארגעסן מיין נאמען און פאו"ן נומער, און מער וויל איך מיט אים נישט האבן!! (יעצט עטס דארפטס פארשטיין אז כ'האב נישט געשריבן דא אלע פורים וואס ער האט געמאכט פון מיר די גאנצע צייט, וויל הזמן יכלה והם לא יכלו, ווי אויך ווייל נישט אלעס קען שרייבן און מסביר זיין בפומבי), אשר ע"כ בין איך געווען זייער אנגעווייטאגט אויף אים, עד כדי כך אז כ'האב געציילט די שעות און טעג וואס כ'האב שוין פון אים נישט געהערט, ער האט מיך גאר גערופן איין טאג אז ער זוכט א פארטאגס חברותא פאר די נושא וואס אונז פלעגן לירנען, אויב כ'וואלט געוואלט לערנען מיט אים, עטס האטס א מאל געפילט די טעם ווי מ'זאל אין אייך אריינשניידן מיט א שטומפיגע מעסער? דאס האב איך דעמאלטס געפילט!

ויהי היום, אין איינע פון די טעג פאר זיין חתונה, וואס איז פארגעקומען מחוץ לעיר, אין א וואך וואס כ'האב געהאט נאך עטליכע שמחות, און עקסטער אסאך ארבעט צו טוען, האט ער מיך אנגערופן לאדענען צו זיין חתונה כאילו לא היה, ווי אלטע גוטע פריינט, כ'האב ממש געוואלט שיסן דעמאלטס, אוי האב איך באוואשן דעמאלטס, אבער כ'האב געוואוסט ביי מיר אז ס'איז נישט ריכטיג אזוי צו טאן צו א חתן א וואך פאר זיין חתונה, האב איך אים שפעטער צוריק גערופן און איבער געבעטן אויפן שרייען אויף אים, נאכן צוזאגן אז כ'קום צו זיין חתונה ווייל "איך גיי נישט נישט גיין צו איינעם'ס חתונה ווייל איך בין צוקריגט מיט יענעם", האט ער זיך געוואלט איבער בעטן מיט מיר, נאך אפאר שעה אריינקלערן דערין איז מיר געלונגען ביי רובש"ע פאר קר"ש אים מוחל צו זיין, אבער צו זאגן אז כ'הא נישט קיין שווער הארץ אויף אים דאס קען איך נישט זאגן, גאר ווייט פון דעם.

נאך מער, אז איין טאג האב איך געקוקט בילדער פון אים אין ישיבה, און ס'בויך האט זיך מיר אנגעהויבן דרייען דערפון.

יעצט פרעג איך ענק, איז עפעס ראנ"ג מיט מיר? וואס וואלט עטס געטוען אזא צייט? האלט עטס אז כ'קען אים אינגאנצן מוחל זיין? און אויב יא האט איינער אפשר אן עצה???

החותם מתוך דמעות שליש

פייטן

Comments