Posts

אלטע ווייטאג

בס " ד מיין (איינציגסטע) צוקריגטע חבר זיצנדיג איינע פון די נעכט אליין אין מיין אפיס , האב איך מיך אנגעהויבן דערמאנען , אין די אלטע גוטע צייטן , איי זענען זיי געווען גוטע טעג , דעמאלטס ווען כ ' בין זארגלאז געזעצן אין ישיבה און פארברענגט מיינע טעג מיט חברים , לאכנדיג פון זאכן וואס אונז האמיר נאכנישט משיג געווען , נישט חלומנ ' דיג אז ס ' גייט נאך קומען א טאג וואס דאס גייט זיין אונזער אייגענע דאגות , און דאן וועלן די דעמאלטס ' דיגע בחורים אונז נעמען אויפן צימבל . הכלל , אזוי דורכלויפנדיג מיינע מחשבות , דערמאן איך מיך אין אזויפיל גוטע צייטן , און אויך אין אסאך בעסערע צייטן , אבער איין מחשבה האלט מיר אין איין ארויף שווימען , און די מער כ ' פראביר עס צו פארשטילן , די מער שרייט ער , און שטורעמט ער , ער האלט מיר אין איין צוריק ברענגן צו א פלאץ וואס כ ' וויל פון דארט אנטלויפן ווי פון פייער , און איר ארויסרייסן פון אלע היסטאריע ביכער , אז איך